ניסן תשי"ג - ר' יואל כהן

מתוך Yomanim

גרסה מתאריך 19:53, 15 באפריל 2011 מאת MendelMamesh (שיחה | תרומות)
(הבדל) → הגרסה הקודמת | הגרסה האחרונה (הבדל) | הגרסה הבאה ← (הבדל)
קפיצה אל: ניווט, חיפוש

אסרו חגה"פ תשי"ג

בחגה"פ הייתי ביחד עם כל הבחורים, המטבח באולם הישיבה הי' סגור כל ימי הפסח, רק הישיבה נתנה מעות לבחורים שיסדרו לעצמם, וסדרנו לעצמנו אַ פסח באולם "בית רבקה" הסמוכה לביהמד"ר כ"ק שליט"א (אַ האַלבער בלאַק), דוד שי' ראסקין (בנו של ר' יעקב יוסף שי') הי' הממונה, וסידר כל הענין.

בליל א' דפסח קודם הסדר נכנס כ"ק אדמו"ר שליט"א לאולם בית רבקה לבקר ולראות מה שסדרו, והכל כבר הי' מסודר, סידרו עבור המרור כוסות קטנים מנייר לשים בהם המרור, כדי שלא יתרטב המצות מהסאַלאַט והחריין, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א, נאֶך וואֶס דאַרף מען איינפירען נייע זאַכן, באַ דעם שווער איז דאַס קיינמאל ניט געווען, ומסתמא איז דער טעם וויילע עס איז ניט קיין כבוד המצוה, און צוליב שרוי' קאָן מען איינוויקלען אין סאַלפעטקעס.

אח"כ נכנס לחדר השני, היינו החדר של המטבח, און האָט דאָרטן אַרום געקוקט, ואמר אַ כשר'ן אַ פריילעכן פסח, און מ'זאָל ממשיך זיין שמחה על כל השנה, אַ גוטן יו"ט.

במשך כל ימי הפסח, איז ניט געווען קיין איין טאָג אויף אָפרוען, כי פשוט בכ"י הי' איזה התוועדות, לבד מה שכ"ק שליט"א התוועד בליל ב' דחגה"פ ואחש"פ, האָט מען פאַרבראכט צווישן זיך יעדער טאָג כמעט, ובפרט במוצאי שבת, שבלילה זו ציוה כ"ק שליט"א אַז מ'זאָל פאַרבריינגען, נוסף ע"ז איז געווען דערצו נאָך אַ שטיקל ארבעט, והוא:

למחרת יו"ט (היינו די ערשטע טעג יו"ט) האָט דער רבי שטאַרק אויסגערעדט (כן מסר הרב חדקוב) פאַרוואס די בחורים זיינען ניט געגאַנגען ריידן אין די שולן, צי דאַרף מען יעדער יאָר באַזונדער זאָגן, מ'זאָל דאָס מתקן זיין, ובמילא הי' נאָך אַרבעט.

באחש"פ בעת ההתוועדות לקח הרש"ג הרבה יין, (זה כבר משך זמן רב שהוא נוכח לההתוועדות), והי' פשוט שיכור כשיכורו של לוט, והתחיל לדבר לכ"ק שליט"א עפעס גאָר דיבורים שונים, באַ מיר איז ברור אַז איר וועט אונז פירן אַנקעגן משיח'ן, דער איינציקער יורש פון דעם בעש"ט איז דער שוואָגער, מיין שוואָגער. (הדגיש מאוד תי' מיינער, היינו שהוא מתייחס בזה), איך גיב אייך אָפ די כוחות וואָס איך האָב אַלעס דער עלטערער איידים, דאָס האָב איך געזאָגט אויפן אוהל, און דאָס זאָג איך איצטער ברבים. נאָר איין תנאי, איר זאָלט מיר האַלטן, האַלטן ווי דער שווער האָט געהאַלטן, דיבר עוד כאלו דיבורים כו'.

כ"ק שליט"א לא ענה על כל דיבוריו מאומה, רק באמצע (לא שמעתי מה שאמר לו הרש"ג) הפסיקו ואמר, ברבים? וענה הרש"ג, דער אמת איז דאך אזוי, אלע קאנען דאס הערן.

ר"ח אייר תשי"ג

בש"ק העבר הי' התוועדות, והי' מאמר ד"ה ויהי ביום השמיני, ובאמצע אמר דזהו ג"כ מה דאי' בתהילים קאפיטל נ"ב ואני כזית רענן בבית אלקים, קאפיטל נ"ב הוא הקאפיטל שלו.

אחר המאמר היו שיחות שונות, בא' השיחות סיפר אשר כאשר הלשינו על רבינו הזקן, שלחו את א' השרים לחקור אודות רבינו הזקן, השר ששלחו אותו הי' שמו דערשאווין, הי' שונא ישראל ושיכור, ובהפרטי כל שכתב דערשאווין כתב אודות כספי המעמדות שאסף רבינו הזקן, אשר החסידים הם מאמינים בביאת המשיח ושיבוא במהרה, ושיבנה ביהמ"ק במהרה, ולכן הוא אוסף מעות עבור בנין ביהמ"ק.

וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א, אז אפילו אַ שיכור'ער גוי, אַ שונא ישראל, האָט דערהערט אַז וואָס ווייסט אַ חסיד, אַז ער גלייבט אין משיח'ן, און אַז ער וועט באַלד קומען, און אַז ער גרייט זיך שוין אויף אים, דאָס איז געווען מיט הונדערט און פופציק יאָר צוריק, ומכש"כ עכשיו, דאַרף מען זיך גרייטן אויף משיח'ן לתקן כל הכוחות דמחדו"מ. אך להיות שזה עבודה ולוקחת זמן, האָט מען געגעבן אַ עצה פון מס"נ, איבערגעבן זיך אינגאַנצן, און אַז מען גיט איבער דעם עצם, שהוא למעלה גם מבחי' כלל לפרטים כ"א כלל בעצם, הרי במילא איז שוין פאַראַן די פרטים.

רוב השיחות היו ליחיד, (לא יודעים למי) לגריעותא, וא' מהם הוא תספורת הזקן, והי' זייער שאַרפע רייד, שהוא הצלם אלקים, ובמילא גם לדעת המתירים ואומרים שאין בזה איסור, מ"מ חסר הצלם אלקים.

ביום א' נכנסו חברי הנהלת הישיבה לכ"ק שליט"א, היינו הרש"ל שי', ר"י דזייקאבסאהן והרב מענטליק, שהו שם כמה שעות, מה דובר לא יודעים, אך הרש"ל שי' מדבר לאחרונה הרבה אודות לימוד הנגלה, ומסתמא זה שייך להיחידות שהי' ביום א'.